|
זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג |
|
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג |
|
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה |
|
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט - מיר זײַנען דאָ |
|
פֿון גרינעם פּאַלמען-לאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי |
|
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי |
|
און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט |
|
שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט |
|
עס וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט |
|
און דער נעכטן װעט פֿאַרשװינדן מיטן פֿײַנט |
|
נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר |
|
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור |
|
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ |
|
ס'איז ניט קײן לידל פֿון אַ פֿױגל אױף דער פֿרײַ |
|
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט |
|
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט |